Leyvik House- Yiddish Center - Israel Leyvik House- Yiddish Center - Israel
English
עברית
 
 
קפלן ישראל קפלן ישראל
 

קאַפּלאַן ישׂראל

(1902– 2003)

 

פּראָזאַיִקער.

1902– 20סטן אַפּריל, געבוירן געוואָרן אין וואָלאָזשין, ווילנער געגענט; זינט 1919 אין קאָוונע, ליטע;

1941– אין קאָוונער געטאָ, אָנהייב 1942 אין ריגער געטאָ, דערנאָך אין פֿאַרשיידענע נאַצי־לאַגערן ביזן קאַצעט דאַכאַו, נאָך דער באַפֿרײַונג אין מינכן;

1949– עולה געווען;

2003– 4טן סעפּטעמבער, געשטאָרבן אין תּל־אָבֿיבֿ;

1926– דעביוטירט מיט פֿעליעטאָנען אין קאָוונער טאָג, פֿאַרעפֿנטלעכט דערציילונגען, פֿעליעטאָנען און אַרטיקלען אין די קאָוונער ט"צ: אידישע שטימע, דאָס וואָרט, און אַלע דאָרטיקע זמ"ב פֿון 1930־     1940, אין דער פּרעסע פֿון שארית־הפּליטה אין דײַטשלאַנד: אונדזער וועג, דאָס וואָרט, אידישע צײַטונג א"א. אין ישׂראל: די גאָלדענע קייט, לעצטע נײַע א"א, אין אַפֿריקאַנער אידישע צײַטונג, דרום־אַפֿריקע (יאָהאַנעסבורג) א"א. אין מינכן אָנגעהויבן זײַן פֿאָרשאַרבעט וועגן חורבן, געווען רעד' פֿון דער צײַטשריפֿט פֿון לעצטן חורבן;

1947– אַרויסגעגעבן דאָס ערשטע ביכל: אין דער טאָג־טעגלעכער היסטאָרישער אַרבעט, מינכן. 

 

פֿאַרעפֿנטלעכט אויף ייִדיש אין ישׂראל:

 

1. אָנהאַלט: דערציילונגען, פֿראַגמענטן, מיניאַטורן

[תל-אביב] : ה. לייוויק פארלאג, תשכ"ו 1966-תשמ"ה 1985.    

2. געשלײַדער

תל אביב : אילת, (תש"ל). (1970)

3. לעצטער פֿרילינג: היסטאָרישע דערציילונג

תל אביב : "ישראל בוך", תשמ"ה 1985

4. מוט: דערציילונגען און מיניאַטורן

תל אביב : י.ל.פרץ פארלאג, תש"ס 1999.

5. דאָס פֿאָלקסמויל אין נאַצי־קלעם: ריידענישן אין געטאָ און קאַצעט

תל אביב : בית לוחמי הגיטאות ע"ש יצחק קצנלסון למורשת השואה והמרד, תשמ"ז 1987.

6. דאָס פֿאָלקסמויל אין נאַצי־קלעם: ריידענישן אין געטאָ און קאַצעט

תל אביב : [חמו"ל], תשמ"ב 1982.

7. פֿון פֿאָלקסמןיל און מיינס /מיט דער באַטייליקונג פֿון אַבֿרהם זימרני/

[תל-אביב] : ה. לייוויק פארלאג, תשכ"ו 1966-תשמ"ה 1985.

8. צײַטנטריט: דערציילונגען, דערמאָנונגען

[תל-אביב] : ה. לייוויק פארלאג, (1989)

9. צײַטנשניט, דערציילונגען

תל אביב : המנורה, תשל"ו. (1976)

10. ראַנדן: דערציילונגען, סקיצעס, מיניאַטורן

תל אביב : ה. לייוויק פארלאג ביים פאראיין פון יידישע שרייבערס און זשורנאליסטן אין ישראל, תשנ"ב 1992.

11. שליאַך און אומוועג: דערציילונגען

תל אביב : פארלאג י"ל פרץ, 1964.

 

אין עבֿרית:

 

1. גור ירושלמי

(תל אביב) : רשפים, (תש"ם 1980).