Leyvik House- Yiddish Center - Israel Leyvik House- Yiddish Center - Israel
English
עברית
 
 
לודען יצחק לודען יצחק
  Luden.jpg

לודען יצחק

 (1924)

 

1924– 22סטן אָקטאָבער, געבוירן געוואָרן, אין וואַרשע;

יוני 1940– נאָוועמבער 1942 אין אַ סאָוועטישן סטאַלין־לאַגער, צפֿון־אוראַל;

1942־1945 – אַ פּליט אין מיטל־אַזיע, סאָוועטן־פֿאַרבאַנד;

1945 – שטודירט צוויי סעמעסטערס אין אַגראַר־אינסטיטוט אין קעשענעוו, סאָוועטישע מאָלדאַוויע;

1946 – צוריקגעקערט זיך קיין פּוילן;

1947 – הייבט אָן שטודירן אין דער הויכשול פֿאַר פֿילמקונסט אין לאָדזש;

1948, דעצעמבער, עולה געווען;

1950־1952 – דינט אין צה"ל;

1953־1991 – אַרבעט אַלס רעדאַקציע־מיטגליד אין דער טאָג־צײַטונג "לעצטע נײַעס";

1971 – ווערט באַשטימט אַלס שעף־רעדאַקטאָר פֿון זשורנאַל "לעבס־פֿראַגן";

1972־1975 – שטודירט קונסט־געשיכטע און פֿילאָסאָפֿיע אין תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט;

דעצעמבער 1977 באַטייליקט זיך אין דער ערשטער זשורנאַליסטן־דעלעגאַציע אין קאַיִר, שיקט רעפּאָרטאַזשן פֿון מצרים;

באַקומען צוועלף ליטעראַרישע און זשורנאַליסטישע פּרעמיעס פֿון פֿאַרשיידענע ייִדישע אַרגאַניזאַציעס און פֿאָנדן אין ישׂראל, פֿשאַ, מעקסיקע, צווישן וועלכע אויך די איציק מאַנגער־פּרעמיע.

 

דערשינען אויף ייִדיש אין ישׂראל:

 

1. פֿון חלום צו שלום

תל-אביב: לעצטע נייעס, תשל"ט/תש"מ 1979

 

2. פּערל פֿון גן־עדן: וועגן קונסט און וועגן קינסטלער: עסייען, אָפּהאַנדלונגען און שטימען

תל-אביב : ה. לייוויק פארלאג, תשמ"ח 1988

 

3. פּערל פֿון גן־עדן: וועגן קונסט און וועגן קינסטלער: עסייען, אָפּהאַנדלונגען און שטימען

תל-אביב: ה. לייוויק פארלאג, תשמ"ח 1987

 

איבערגעזעצט אויף ייִדיש:

 

1. עדרי, זאב

איך גלויב נישט (ייִדיש – יצחק לודנן)

תל-אביב : פלפרס, 1970.

 

2. חפֿר, חיים

קעמפֿער־פּאַראַד (ייִדיש– יצחק לודען)

תל אביב: עמיקם, (C1968).