Leyvik House- Yiddish Center - Israel Leyvik House- Yiddish Center - Israel
English
עברית
 
 
מאירקעוויטש אברהם מאירקעוויטש אברהם
 

Mritkebits Avraham.jpg

   אברהם מאיערקעוויטש איז געבוירן געווארן אין יאר 1921 אין די  געדיכטע געסלעך פון יידישן ווארשע ביי א פאטער א שניידער מיט נאך דריי שוועסטער  און א ברודער. געלערנט אין פארשידענע חדרים און איין יאר אין א יידישער פאלקס-שולע.

אין דרייצניאריקן עלטער אריינגעטראטן אין א חלוצישער יוגנט ארגאניזאציע, וועלכע האט אויסגעקריסטאליזירט זיין וועלט באנעם. דורכגעמאכט די פיר וואכיקע באמבארדירונג פון ווארשע. אין סוף פון 1939  יאר אנטלאפן פון די דייטשן קיין ראטן-פארבאנד, געדינט א יאר צייט אין דער רויטער-ארמיי. פון זומער 49 יאר אין ישראל, מער פון דרייסיק יאר געארבעט ווי א פאכמאן ביים בויען הייזער. ער איז א פאטער פון דריי זין, א זיידע פון צען אייניקלעך און שוין אויך פערצן אוראייניקלעך. נאכן ארויסגיין אויף פענסיע גענומען די פען אין דער האנט. ביז איצט ארויסגעגעבן זעקס ביכער - דער "ווידוי פון די פאניע זאשא" - "חדר יוגנט מלחמה" -  "די כוואליעס פון יענע זיבן יאר" - "פון דער רויטער ארמיי ביז סיביר" - "אויפן וועג צום צוגעזאגטן לאנד" און "אין געווירבל פון געשעענישן און מחשובות".  פיר פון זיינע ביכער זענען איבערגעזעצט און ארויסגעגעבן אין עברית. אויך דאס פינפטע בוך איז איבערגעזעצט אויף עברית און איז שוין גרייט צום דרוק. זעקס ביכער און דאס זיבעטע איז אויך אין דער בארבעטונג פון מחבר אין קאמפיוקטאר.

מיט אזא "פארמעגן" ראנגלט זיך שווער א יידישער שרייבער און אקטיווער טוער אויפן געביט פון אויפהאלטן דאס יידישע לשון אין ישראל אין די ראמען פון די יידישע קולטור-קלובן אין ישראל, פארצוזעצן זיין נישט פשוטע טעטיקייט און עקזיסטענץ.

 

ביבליאָגראַפֿיע

 

1

דער ווידוי  פון די פאניע זאשא (1991)

2

חדר יוגנט מלחמה  (1996)

3

אין די כוואליעס פון יענע זיבן יאר  (1998) 

4

פון דער רויטער ארמיי ביז סיביר  (1999)

5

אויפן וועג צום צוגעזאגטן לאנד (2002)

6

אין געווירבל פון געשעענישן און מחשובות  (2005)

7

וידויה של גברת זֹאשָה  (1993)

8

חדר נעורים מלחמה  (1995)

9

בנחשולי שבע השנים ההן  (1996)

10

מהצבא האדום עד סיביר (2005)