Leyvik House- Yiddish Center - Israel Leyvik House- Yiddish Center - Israel
English
עברית
 
 
גראסמאן משה גראסמאן משה
 

גראָסמאַן משה

(1904– 1961)

 

געבוירן געוואָרן דעם 3טן אַפּריל 1904, אין קאָריוו, לובלינער געגנט, פּוילן.

1939– 1945  – אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, געווען פֿאַרשיקט אין צוואַנגלאַגערן.

1945 זיך אומגעקערט קיין פּוילן, 1947 אין פּאַריז.

1950 עולה געווען.

סעפּטעמבער 27, 1961, געשטאָרבן אין תּל־אָבֿיבֿ.

פּראָזאַיִקער. אָנגעהויבן שרײַבן הומאָריסטישע זאַכן צו 14 יאָר. אין 1923 אָפּגעדרוקט זײַן ערשטע נאָוועלע אין וועלטשפּיגל (וואַרשע). זינט דעמאָלט געדרוקט זיך: יוגנט־פֿאָן, וועלטשפּיגל, ליטעראַרישע בלעטער, וואָכנשריפֿט, פֿאַרמעסט, פֿרײַנד, הײַנט א"אַ.

1931, דערשינען זײַן ערשט בוך פֿלאַמען און רויך, ראָמאַן (וואַרשע).

1951– 1953 מיטרעדאַקטירט די צײַטונג דאָס וואָרט און דעם זשורנאַל ייִדישע בילדער (1951־1952) ביידע תּ"א. 1956 – אָנגעהויבן אַרויסגעבן דעם חודש־זשורנאַל היימיש.  רעדאַקטירט דעם יזכּור־בוך קאָריוו. אין איינעם מיט בינם העלער איבערגעזעצט פֿון רוסיש אויף ייִדיש באָריס פּאַסטערנאַקס ראָמאַן דאָקטאָר זשיוואַגאָ.

 

אַרויסגעגעבן אין ישׂראל אויף ייִדיש:

 

היימישע געשטאַלטן: רעפּאָרטאַזשן, פּאָרטרעטן, דערציילונגען, מיניאַטורן

תל אביב : [חמו"ל]., תשי"ד-1953 (פתח-תקוה).   

 

די ווידוי פֿון אַ רעוואָליוציאָנער: (פּאָליטישער ראָמאַן)

‫תל אביב: מענדעלע מוכר ספרים, (תשט"ז 1955).        

 

שטויב און אייביקייט: פֿון די פֿאַרבליבענע כּתבֿים און פֿראַגמענטן פֿון דערשינענע ווערק

‫תל אביב : (ישראל בוך), תש"ל. (1970)