Leyvik House- Yiddish Center - Israel Leyvik House- Yiddish Center - Israel
English
עברית
 
 
ווייסמאן גבריאל ווייסמאן גבריאל
 

ווײַסמאַן גבֿריאל

(1900- 1988)

 

פּאָעט, עסיייִסט.

געבוירן געוואָרן דעם 17 אויגוסט 1900, אין ראַדאָם, פּוילן;

אין דער צײַט פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה מיט דער פֿרוי און טאָכטער פֿאַרשיקט געווען אין קאָמי ס.ס.ס.ר, ראַטן־פֿאַרבאַנד;

1946 – געקומען צוריק קיין פּוילן;

1949 – עולה געווען;

1988 – געשטאָרבן אין רמת־גן;

אָנגעהויבן זיך דרוקן אין די ראַדאָמער אויסגאַבעס: נײַע ווינטן, שטאַפּלען, טריבונע, ראַדאָמער־קעלצער לעבן אויך פֿאַרעפֿנטלעכט אַרטיקלען און אָפּהאַנדלונגען: מאָמענט, הויזפֿרײַנד, ארבעטער־צײַטונג, ייִדיש פֿאַר אַלע, ליטעראַרישע בלעטער, וואַרשע; ערשטן באַנד ייִדישער פֿאָלקלאָר, ווילנע 1938, אויפֿסנײַ, צוקונפֿט, נ"י; זידאַמעריקע, ב. אײַרעס; זמ"ב טשילי, סאַנטיאַגאָ. געדרוקט קינדער־דערציילונגען אין: קינדער־פֿרײַנד, קינדער־וועלט, וואַרשע; גרינינקע ביימעלעך, ווילנע; קינדער־זשורנאַל, נ"י א"א.

אַ לענגערע צײַט רעדאַקטאָר פֿאַר ליטעראַטור און קונסט אין לעבנס־פֿראַגן, תּ"א.

 

אַרוסגעגעבן אין ישׂראל, אויף ייִדיש:

 

1. ישׂראל־קינסטלער, עסייען

‫תל אביב : פריינד, 1979 (תשל"ט).

 

2. פֿון מײַן סאָד, מעשׂהלעך פֿאַר קליין און גרויס

‫תל אביב : ישראל-בוך, תשמ"ט 1988.

 

3. פּען־פּראָפֿילן, עסייען

‫תל אביב : פריינד, 1978.

 

רעדאַקטאָר:

 

1. פּנקס סאָקאַטשעוו, רעדאַקטאָר א"ש. שטיין, גבֿריאל ווײַסמאַן

‫(ירושלים : ארגון סאכאטשעוו אין ישראל, ביי דער מיטבאטייליקונג פון פאראייניקטן סאכאטשעווער רעליף-קאמיטעט אין אמעריקע, תשכ"ב).