Leyvik House- Yiddish Center - Israel Leyvik House- Yiddish Center - Israel
English
עברית
 
 
באַסמאַן בן-חיים רבקה באַסמאַן בן-חיים רבקה
 

רבֿקה באַסמאַן בן־חיים – ייִדישע דיכטערין, לערערקע.Rivka Basman Ben-Haim.jpg

געבוירן געוואָרן אין ווילקאָמיר [Ukmerge], ליטע 1925 .2 .20

געלערנט זיך אין א ייִדישער פֿאָלקסשול און אין אַ ליטווישער גימנאַזיע. אין דער צײַט פֿון דער צווײטער וועלט־מלחמה געווען אין ווילנער געטאָ און אין פֿאַרשײדענע צוואַנגס־לאַגערן פֿאַר פֿרויען.

עולה געווען קײן ארץ־ישׂראל אין 1947. געווען אַ מיטגליד פֿונעם קיבוץ "המעפּיל". אָנטײל גענומען אין באַפֿרײַונגס־מלחמה. פֿאַרענדיקט דעם לערער־סעמינאַר אין תּל־אָבֿיבֿ. געאַרבעט אַלס לערערקע אין קיבוץ "המעפּיל". שפּעטער געלערנט זיך אין קאָלאָמביער אוניווערסיטעט, פֿשאַ.

אין די יאָרן 1963־1965 – לערערקע אין מאָסקווע, וווּ איר מאַן, דער מאָלער מולה בן־חיים, האָט דעמאָלט געאַרבעט ווי אַ קולטור־אַטאַשע פֿון דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדע אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.

געווען צווישן די גרינדער פֿון "יונג ישׂראל" – אַ גרופּע יונגע ייִדישע שרײַבער אין ישׂראל.

אָנגעהויבן דרוקן זיך אין צײַטונג "בדרך" – אָרגאַן פֿון מרכז ארגון הפליטים אין איטאליע. [נומ' 2 (8), 1945, דעם 16 נאָוועמבער: "באַ מײַן פֿענצטער שווײַגט אַ צלם..."]. פֿון דעמאָלט אָן דערשינען אירע לידער כּמעט אין אַלע ייִדישע פּעריאָדישע אויסגאַבעס אין ישׂראל, אײראָפּע, צופֿן־ און דרום־אַמעריקע. 

פֿאַרעפֿנטלעכט 10 לידער־זאַמלונגען. אין 2006 זײַנען דערשינען צוויי בענדער מיט אירע לידער.

געווען באַלוינט מיט אײניקע ליטעראַרישע פּרײַזן, צווישן וועלכע איציק מאַנגער־פּרײַז.

אירע לידער זײַנען איבערגעזעצט אויף עבֿריתּ, ענגליש, פֿראַנצײזיש, דײַטש, פּויליש, פֿלעמיש.

 

 

ביבליאָגראַפֿיע

 

1

Bottom of Form אויף א סטרונע פון רעגן : לידער / רבקה באסמאן-בן חיים ; [צייכענונגען - מולה בן-חיים].

תל אביב : ישראל-בוך, תשס"ג 2002.

 2

אנרירן די צייט : לידער / רבקה באסמאן.

תל אביב : ישראל-בוך, תשמ"ח 1988.

 3

בלעטער פון וועגן / רבקה באסמאן.

 (תל אביב : ישראל בוך, תשכ"ח 1967).

 4

די דרייצנטע שעה לידער / רבקה באסמאן - בן חיים ; צייכענונגען - מולה בן-חיים.

תל אביב : ישראל-בוך, תש"ס.

 5

טויבן ביים ברונעם : לידער / רבקה באסמאן.

תל אביב : י"ל פרץ ביבליאטעק, 1959.

          ‫  יונג ישראל ; 4

 6

ליכטיקע שטיינער : לידער / רבקה באסמאן.

תל אביב : ישראל בוך, תשל"ב.

 7

לכבוד איך און דו : לידער / רבקה באסמאן בן-חיים ; [א ווארט פריער/הקדמה - אלכסנדר שפיגלבלאט ; הילע און אילוסטראציעס/עטיפה ואיורים - מולה בן-חיים].

לכבוד אני ואתה / רבקה בסמן בן-חיים

תל אביב : ה. לייוויק פארלאג ביים פאראיין פון יידישע שרייבערס און זשורנאליסטן אין ישראל, תשס"ו 2006.

 8

די ערד געדענקט : לידער / רבקה באסמאן בן-חיים.

תל אביב : ישראל בוך, תשנ"ט 1998. Top of Form

 9

צעשאטענע קרעלן : לידער / רבקה באסמאן.

תל אביב : ישראל-בוך, תשמ"ב 1982.

 10

די שטילקייט ברענט : לידער / רבקה באסמאן.

תל אביב : ישראל-בוך, 1992.