Leyvik House- Yiddish Center - Israel Leyvik House- Yiddish Center - Israel
English
עברית
 
 
מארגנטוי לייב מארגנטוי לייב
 

מאָרגנטוי לייב

(1905– 1979)

 

פּאָעט.

1905– 20סטן יולי, געבוירן געוואָרן אין פּינסק, ווײַסרוסלאַנד;

1941– 1945 געלעבט אין סאַמאַרקאַנד, מיטל־אַזיע, ראַטן־פֿאַרבאַנד;

1947– צוריקגעקומען קיין פּוילן;

1957– עולה געווען;

1979– 25סטן מײַ, געשטאָרבן אין חולון;

1927– אָפּגעדרוקט זײַן ערשט ליד אין פּינסקער שטימע, זינט דעמאָלט פֿאַרעפֿנטלעכט לידער און דערציילונגען אין ייִדישע צײַטונגען פֿון: פּינסק, וואַרשע, ווילנע, ביאַליסטאָק, נ"י; זינט 1940 מיטאַרבעטער פֿון אָקטיאַבר, שטערן – מינסק, אויך געדרוקט זיך: אייניקייט, היימלאַנד – מאָסקווע, נײַע פּרעסע– פּאַריז און אין ייִדישע צײַטונגען פֿון פּוילן, פֿשאַ, אַרגענטינע, אויסטראַליע א"א. אין די ישׂראלדיקע: פֿרײַ ישׂראל, גאָלדענע קייט, לעצטע נײַעס, די וואָך, ישׂראל־שטימע, לעבנספֿראַגן א"א; פֿאַרטראָטן מיט לידער אין פֿאַרשיידענע אַלמאַנאַכן און זאַמלונגען.

1937– דערשינען זײַן ערשט ביכל: אויף פּאָליעסער ערד, פּינסק־וואַרשע.

 

דערשינען אין ישׂראל אויף ייִדיש:

 

1. צער און פֿרייד: לידער און פּאָעמעס 1928– 1968

תל אביב : המנורה, תשכ"ט 1968.   

 

אין עבֿרית:

 

1. עץ הכּוכים

(תל אביב) : יסוד, (תשל"ח 1977).