Leyvik House- Yiddish Center - Israel Leyvik House- Yiddish Center - Israel
English
עברית
 
 
ליס אברהם ליס אברהם
 

ליס אַבֿרהם

(1913– 1998)

 

ליטעראַטור־קריטיקער, עסיייִסט.

1913– אין מײַ, געבוירן געוואָרן, אין ביאַליסטאָק, פּוילן;

1936– עולה געווען;

1998– דעם 24 נאָוועמבער געשטאָרבן אין תּל־אָבֿיבֿ.

1935– דעביוטירט אין ביאַליסטאָקער אונזער לעבן, מיט אַן אָפּהאַנלונג וועגן קינסטלער־האָלצשניטער;

געדרוקט ליטעראַטור־קריטישע אַרטיקלען און עסייען אין דער ייִדישער פּרעסע פֿון ישׂראל, פּוילן, פֿשאַ, דרום־אַמעריק און דרום־אַפֿריקע;

28 יאָר געפֿירט און רעדאַגירט אין ישׂראל־ראַדיאָ שמועסן וועגן ייִדישער ליטעראַטור

1962– 1968 – פֿאַרוואַלטער און רעדאַקטאָר פֿון י. ל. פּרץ־פֿאַרלאַג;

1967– 1998 – דירעקטאָר פֿון בית־שלום־עליכם, רעדאַגירט און צוזאַמענגעשטעלט ביכער ווען שלום־עליכמען א"א.

 

דערשינען אין ישׂראל אויף ייִדיש:

 

1. אין דער מחיצה פֿון שאַפֿער

[תל-אביב] : פארלאג י"ל פרץ, תשל"ח 1978.

 

2. אין זכות פֿון וואָרט: (עסייען און שמועסן)

(תל-אביב : פארלאג י.ל. פרץ, תשכ"ט). (1969)

 

3. היים און דויער: וועגן שרײַבער און ווערק

תל-אביב : י"ל פרץ ביבליאטעק, 1960.

 

4. שמועסן בכּתבֿ

תל אביב : פארלאג י.ל. פרץ, תשמ"ה 1985