Leyvik House- Yiddish Center - Israel Leyvik House- Yiddish Center - Israel
English
עברית
 
 
מאניק-לעדערמאן יהושע מאניק-לעדערמאן יהושע
 

מאַניק־לעדערמאַן יהושע

(1909– 1973)

 

פּאָעט.

1909– דעם 10טן יולי געבוירן געוואָרן אין בענדער, בעסאַראַביע;

1925– געקומען קיין אַמעריקע;

1935– עולה געווען ווי אַ חלוץ;

1973– אין סעפּטעמבער, געשטאָרבן אין חיפֿה.

1930– דעביוטירט מיט אַ ליד אין דער פֿאַ"ש, נ"י, דערנאָך געדרוקט לידער, פֿאַבעלן און קינדער־דערציילונגען אין ייִדישע צײַטונגען פֿון פֿש"אַ, ב"אַ, וואַרשע, פּאַריז, מאָנטעווידעאָ, יאָהאַנעסבורג, מאָנטרעאַל; אין די ישׂראלדיקע: שטאַמען, די בריק, ציון־יוגנט, אויף דער וואַך, פֿאָלק און ציון, אונזער הײַנט, לעצטע נײַעס, ישׂראל־שטימע א"אַ.

1935– אַרויסגעגעבן דאָס ערשטע ביכל לידער מעטאַלענע קווייטן.

 

דערשינען אין ישׂראל אויף ייִדיש:

 

1. אין טריט פֿון דײַן וואַנדער

(תל אביב : דפוס אורלי), תשכ"ד. (1964)    

 

2. אין מײַן גלעזערנעם טורעם

(תל אביב : דפוס ארזי, תשכ"ח).

 

3. טריט אין באַגינען

חיפה : אנקער, (c1955).

 

4. מעטאַלענע קווייטן

תל אביב : תחיה, (c1935).