Leyvik House- Yiddish Center - Israel Leyvik House- Yiddish Center - Israel
English
עברית
 
 
ספארד דוד ספארד דוד
 

דוד ספֿאַרד

(1905-1981)

 

(פּאָעט, ליטעראַטור קריטיקער)

געבוירן 1905. 7. 5, אין טריסק, וואָלין, פּוילן

געלערנט זיך אין אַ העברעיִש־פּוילישער גימנאַזיע אין קאָוועל און לוצק

פֿון 1924 אין וואַרשע, וווּ ביז 1928 שטודירט אויפֿן פֿילאָסאָפֿישן פֿאַקולטעט פֿון וואַרשעווער אוניווערסיטעט, דערנאָך אַוועק קיין פֿראַנקרײַך און ביז סוף 1931 שטודירט אין אוניווערסיטעט פֿון נאַנסי, וווּ באַקומען דעם טיטל פֿון ד"ר פֿילאָסאָפֿיע. פֿון 1932 אין וואַרשע.

1941־1946 אין ראַטן־פֿאַרבאַנד

זינט 1946 פֿאַרנומען אַ פֿירנדיקע פּאָזיציע אין געזעלשאַפֿטלעכן לעבן פֿון ייִדן אין פּוילן. וויצע פֿאָרזיצער פֿון ייִדישן שרײַבער־פֿאַראיין. גרינדער און רעדאַקטאָר פֿון פֿ"ג ייִדיש־בוך. אין 1955 באַקומען פֿון דער פּוילישער רעגירונג דעם מעדאַל "10 יאָר פֿאָלקס־פּוילן".

עולה געווען אין 1969.

1981 געשטאָרבן אין ירושלים.

ליטעראַרישע טעטיקייט אָנגעהויבן מיט העברעיִשע שירים. זינט 1924 אַריבער צו ייִדיש. מיטגרינדער און מיטרעדאַקטאָר פֿון ליטעראַרישן זשורנאַל פֿאַר יונגע שרײַבערס – שפּראָצונגען. געדרוקט לידער דערציילונגען, איבערזעצונגען פֿון פֿראַנצייזיש, פּויליש און אַנדערע שפּראַכן,ליטעראַריש־קריטישע עסייען און פּובליציסטישע אַרטיקלען אין פֿאַרשיידענע ייִדישע אויסגאַבעס פֿון פּוילן, ראַטן־פֿאַרבאַנד און שפּעטער אין ישׂראל.

 

ביבליאָגראַפֿיע    

 

1

באָוועסע טריט

ווארשע : יידיש בוך, 1966  

 

2

ברענענדיקע בלעטער

תל אביב : המנורה, תשל"ב

 

3

וועגן פּויליש־ייִדישע צווישן־באַציִונגען נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה

[ירושלים : חמו"ל, תשל"-].

 

4

וועגן צעגייען זיך

ווארשע : ניי בוך, 1933

 

5

אַ זעגל אין ווינט

ווארשע : יידיש בוך, 1961

 

6

יצחק לייבוש פּרץ

[ווארשע] : צענטראל קאמיטעט פון די יידן אין פוילן, [1947].

 

7

לידער

ווארשע : יידיש בוך, 1957

 

8

מיט זיך און מיט אַנדערע

‫(ירושלים) : פארלאג "ירושלימער אלמאנאך", תשמ"ד 1984

 

9

שטודיעס און סקיצען

ווארשע : יידיש בוך, 1955

 

10

שפּאַצירן אין דער נאַכט: לידער און פּאָעמעס

תל אביב : ישראל-בוך, תש"מ 1979.

 

11

שרײַבער און ביכער

לאדזש : יידיש בוך, 1949