Leyvik House- Yiddish Center - Israel Leyvik House- Yiddish Center - Israel
English
עברית
 
 
פאדריאטשיק אליעזר פאדריאטשיק אליעזר
 

פּאָדריאַטשיק  אליעזר

(1914-2000)

 

(עסיייִסט, ליטעראַטר־פֿאָרשער)

געבוירן 1914 אין סעקורען, בעסאַראַביע, איצט אוקראַיִנע (לויט אַנדערע מקורים אין קאָמעראָוו, דער זעלבער ראַיאָן) ;

געלערנט זיך אין טשערנאָוויצער העברעיִשן לערער־סעמינאַר;

אין אָנהייב פֿון 1930־יאָרן געאַרבעט אַלס לערער אין אַ ייִדישער קינדער־קאָלאָניע אין איינעם מיט אליעזר שטיינבאַרגן;

געווען לערער אין ייִדישע שולן אין רומעניע;

1941־1944 געלעבט אין דער סאָוועטישער מיטל־אַזיע;

נאָך דער מלחמה געלעבט אין מאָסקווע, געאַרבעט אַלס לערער פֿון ייִדיש און יידישער ליטעראַטור אין דער מאָסקווער ייִדישער טעאַטער־סטודיע (בײַם גאָסעט) ;

נאָכן פֿאַרמאַכן דעם ייִדישן טעאַטער און אַלע ייִדישע קולטורעלע אינסטיטוציע זיך באַזעצט אין ריגע (1951) ;

פֿון 1961 מיטאַרבעטער פֿונעם זשורנאַל סאָוועטיש היימלאַנד

עולה געווען אין 1971, געאַרבעט אַלס לעקטאָר פֿון ייִדיש און ייִדישער ליטעראַטור אין אוניווערסיטעטן פֿון תּ"א און בר־אילן;

1936 אָנגעהויבן צי דרוקן זיך אין טשערנאָוויצער בלעטער, געדרוקט זיך אין סאָוועטיש היימלאַנד,

אין ייִדישע אויסגאַבעס פֿון ישׂראל;

2000 געשטאָרבן אין תּל־אָבֿיבֿ.

 

ביבליאָגראַפֿיע

 

1

אין היכל פֿון וואָרט

תל אביב : פארלאג י.ל. פרץ, תשנ"א 1991.

 

2

אין פּראָפֿיל פֿון צײַט

‫[תל-אביב] : פארלאג י"ל פרץ, (c1978).

 

3

איציק מאַנגער: דער דיכטער וואָס איז דערגאַנגען פֿון גרא ביז בלאָ

‫[תל-אביב] : קאמיטעט פאר יידישער קולטור אין ישראל דורכן פארלאג ביבלוס, תשל"ז 1977.

 

4

בילדער פֿון דער ייידישער ליטעראַטור

‫תל אביב : ה. ליוויק פארלאג, תשמ"ז 1987.

 

5

ליד און תּפֿילה

תל אביב : פארלאג י.ל. פרץ, תשמ"ט 1989.

 

6

פּאָעט און מענטש – מאָטל סאַקציער: עסייען

תל-אביב : פארלאג י.ל. פרץ, תש"ן 1990.

 

7

שמועסן מיט אַנדערע און מיט זיך: זכרונות און רעיונות

‫[תל-אביב] : ה. לייוויק פארלאג, תשכ"ו 1966-תשמ"ה 1985.  

 

8

הצצה מזווית ישרה: מסות ומחקר

ת"א[=תל-אביב] : ישראל-בוך, תשנ"א 1991.